current location : Lyricf.com
/
/
משה רבינו [Moshe Rabeinu] lyrics
משה רבינו [Moshe Rabeinu] lyrics
turnover time:2024-06-02 20:13:11
משה רבינו [Moshe Rabeinu] lyrics

אין מיטן פיל עבודה קשה

האט זיך באקלערט דער פרעה רשע

מען דארף די אידן זינקן אין דערטרינקען אין דעם טייך אריין

ווייל א נביאות פון די שטערן

ס'דארף א קינד געבוירן ווערן

ער וועט אינז פירן ווייזן און אויסלייזן אידן פון דעם פח

ס'איז געווען א קינד אן אויפגעפאסטן

מ'האט אים באהאלטן אין א קאסטן

פעך און ליים פארשמירן זיך נישט פרירן

נאס ווערן און פון קעלט

ווען פרעה'ס בתיה וויל גיין שווימן

האט זי א לאנגע האנד באקומען

זי האט זיך נישט געדארפט אנשטרענגען

אים צוריקברענגען לייכטן אויף דעם וועלט

און פון דעם קליינעם קאסטן האט געשיינט אן אורה מורא סחורה תורה

וואס עס האט נישט געזען קיינמאל

זאגן די שטערן זעער נאכאנאנד

דער קליינער פיינער שיינער ריינער וועט באלייכטן כלל ישראל

די מצריים מיט די וואפן

די אידן נאכגעלאפן

ביז מ'האט געטראפן

משה רבינו

ער טוט די אידן וועקן

מ'טאר זיך ניט דערשרעקן

קיין שלענגן ווערט א שטעקן

ווייזט משה רבינו

ויאמינו בה' ובמשה עבדו

פרעה אידן שאט ער

ער ווערט אבער נישט פטור

מיר האבן דאך א פאטער

שיקט משה רבינו

אזעלכע צעקות

פרעה מיט די מכות

אידן ווי געשמאק איז דורך

משה רבינו

ויאמינו בה' ובמשה עבדו

רבינו אונזער פאסטאך

שוין צוריקקומען די דאסטאך

דער רועה צאן

וואו ביסטו שוין

אט אט הנה זה בא

וועסט אונז מיט אמונה האלטן

פונקט ווי געווען ביים ים סוף שפאלטן

געזען דיין צורה

געזונגען שירה

כי גאה גאה

זה קלי ואנוהו

שטייען רייען און זיי שרייען

פונקט ווי דאן אויך היינט ווי ניי

אלוקי אבי וארוממנהו

א מורא אורה סחורה תורה

פונקט ווי דאן ביים בארג סיני

ס'איז יעדער ביכולת

רואים את הקולות

אידערלאך ווי וואויל איז

מיט משה רבינו

אן ערליכן הכנה

אן הערכערע כוונה

די תורה דער מתנה

דורך משה רבינו

ויאמינו בה' ובמשה עבדו

מיר ווארטן דאך כסדר

טויזנט יאר ליידער

וואו איז שוין דער חדר

פון משה רבינו

מער נישט אומבאקוועמען

אלעס אוועקנעמען

משה עבד נאמן

וואו איז משה רבינו

ויאמינו בה' ובמשה עבדו

בקרוב וועט מען שוין דערלעבן

אן אורה תורה מער נישט מורא

פון דעם עול הגלות דא

און משה וועט א שיעור אונז געבן

תורה סחורה אויך דער בורא

לערנען אויך דער שיעור שעה נאך שעה

ס'איז קיינער נישט מגושם

ליכטעגע פירושים

דערהויבענע חידושים

זאגט משה רבינו

און יעדער מי שטרח

גמרא שלחן ערוך

יבא ויתברך

בענטשט משה רבינו

ויאמינו בה' ובמשה עבדו

אזוי הערלעך איז דאס

אונזער עתידות

אלעס איין חסידות

איין רבי רבינו

פירן טיש ברינה

אויבן מיט די שכינה

יעדער מיט אמונה

גלייך אין משה רבינו

ויאמינו בה' ובמשה עבדו

משה

משה

ישמח משה במתנת חלקו

כי עבד נאמן קראת לו

כליל תפארת בראשו נתת לו

בעמדו לפניך על הר סיני

Comments
Welcome to Lyricf comments! Please keep conversations courteous and on-topic. To fosterproductive and respectful conversations, you may see comments from our Community Managers.
Sign up to post
Sort by
Show More Comments
Shmueli Ungar
  • country:United States
  • Languages:Hebrew, Yiddish, Aramaic (Syriac Classical)
  • Genre:Religious
  • Official site:https://twitter.com/ShmueliUngar
Shmueli Ungar
Copyright 2023-2024 - www.lyricf.com All Rights Reserved